Dans une synagogue, les fidèles s’étaient lassés de l’officiant qui occupait ce poste depuis de nombreuses années. Mais le président n’osait pas le lui dire en face.
On mit alors la question au vote, lors d’une réunion. Après avoir voté, il s’ avéra qu’une seule personne avait voté pour l’officiant et les autres contre lui. Cette histoire l’avait fortement contrarié. Il était devenu blanc comme un linge. Cela avait aussi contrarié les fidèles parce malgré tout, ils allaient lui retirer son gagne-pain. Ils sont alors allés le voir l’un après l’autre et lui ont dit :
– C’est pas ma faute !. Je vous ai donné ma voix ! Le seul vote en votre faveur, c’ était le mien !
Et chacun répéta la même chose. L’officiant s’est alors écrié :
– Oui mes frères, séparément, vous êtes tous biens, mais ensemble vous ne valez pas un clou !
In a shul, a khazn vos hot fil yorn farnumen a shtele in a shul, iz dem oylem nimas gevorn.
Ober der president hot nit gevagt aroysgeyn ofn gegn dem khazn.
Iz geblibn bay a miting men zol di frage shteln tsum opshtimen .
Az men hot farendikt opshtimn , hot zikh aroysgefunen az nor eyn man hot gevelt far dem khazn ,un di iberike gegn im .Dem khazan nebekh hot zeyer fardrosn di geshikhte .Er iz gevorn blaykh vi a toyter .Dem oylem hot dos oykh a bisl fardrosn d. h mekapeakh geven yenem dem shtikl broyt. Iz yeder tsugegangen tsu im, un hot gezogt
-‘’Ikh bin nit shuldik ! Ikh hob mayn shtime opgegebn far aykh ! Der eyntsiker vot iz geven mayner”.
Un dos zelbe hot yeder gezogt.Ruft zikh op der khazan –“Yo, mayne brider, eyntsikvays ,zayt ir yeder gut ,nor ale in eynem toygt ir oyf kapores!”.
אין אַ שול, אַ חזן װאָס האָט פֿיל יאָרן פֿאַרנומען
אַ שטעלע אין אַ שול, איז דעם עולם
נמאַס געװאָרן.
אָבער דער פּרעזידענט האָט ניט געװאַגט אַרױסגײן אָפֿן געגן דעם חזן.
איז געבליבן בײַ אַ מיטינג מען זאָל די פֿראַגע שטעלן צום אָפּשטימען.
אַז מען האָט פֿאַרענדיקט אָפשטימען, האָט זיך אַרױסגעפֿונען אַז נאָר אײן מאַן האָט געװעלט פֿאַר דעם חזן ,און די איבעריקע געגן אים. דעם חזן נעבעך האָט זײער פֿאַרדראָסן די געשיכטע. ער איז געװאָרן בלײַך װי אַ טױטער. דעם עולם האָט דאָס אױך אַ ביסל פֿאַרדראָסן ד. ה מקפּח געװען יענעם דעם שטיקל ברױט. איז יעדער צוגעגאַנגען צו אים און האָט געזאָגט:
-” איך בין ניט שולדיק ,איך האָב מײַן שטימע אָפּגעגעבן פֿאַר אײַך ! דער אײנציקער װאָט איז געװען מײַנער!” . און דאָס זעלבע האָט יעדער געזאָגט, רופֿט זיך אָפּ דער חזן:
-” יאָ מײַנע ברידער, אײנציקװײַז זײַט איר יעדער גוט, נאָר אַלע אין אײנעם טױגט איר אױף כפּרות!”